ר’ מעכעלע סלאטשאווער (?) האט געהאט דריי זון.

1) ר’ יצחק סחיזשער

2) ר’ יוסף – דער {דיסטילער} [אוסטילער] רב

3) ר’ לעבעלע דער קאוולער רב

 

איינמאל איז א סחיזשער חסיד געקומען צו ר’ חיים סאנצער. האט ר’ חיים אים אויספירליך געפרעגט ווי אזוי ר’ יצחק סחיזשער פירט זיך – זיין דרך חסידות, און התנהגות. האט ער אים דערציילט פארשידענעס, אבער ר’ חיים איז נישט נתפעל געווארען – חאטש ער האט אים אויסגערעכענט דעם גאנצען סדר היום.

אז ער איז שוין געווען אין גאנצען פארטיג – דערמאנט זיך דער חסיד: איך האב יא פארגעסען צו דערמאנען – אז יעדען טאג פאר דעם דאווענען – אפילו ערב פסח און ערב יום כפור – צערנעמט ר’ יצחק א זייגער און נעמט מאכט  אים צוריק אויף צורעכט.

דאס ווייסט אויס האט אנגעטראפען ר’ חיים ווי א געוואלדיגע עבודה און ער איז געוואלדיג נתפעל געווארען. ער האט באלד געהייסען משה יהושע – זיין {מקרב} [מקורב] – צו אויפשפאנען די קארעטע און גרייטען צו פארען נאך סחיזשע און.

אבער עס האט זיך געמאכט עפעס איין סיבה נאך דער אנדערע און ער האט נישט געקענט פארען. {אן} [און] פונקט ווי ער איז געווען גערייט איז אנגעקומען א דעפעשע אז ר’ יצחק איז נסתלק געווראן.

 

י.פ)

סאנצער רבי