א גביר וואס וואס איס שטארק הארונטערגעפאלען און געווארען אן עני ואביון. האט מען אים גערוטען ער זאל פארען צום מגיד. חאטש ער האט לכתחילה נישט געוואלט פארען האט ער זיך געלאסט איבערבעטען.
געקומען צום מגיד און האט זיך שטארק אויסגעוויינט פאר אים און געבעטען ער זאל אים געבען אן עצה ווי אזוי צוריקגעווינען זיין עשירות. האט אים דער מגיד אנגעזאגט: אז ער זאל העריינגען אין קלויז און זיך זען מיט ר’ זיזשע אנאפאליער, און ער וועט די שוין אן עצה געבען.
האט ער אזוי געטון און געטראפען ר’ זיזשע אין קלויז, און האט אים געפרעגט אן עצה אזוי ווי דער מגיד האט אים געהייסען.
ענטפערט אים ר’ זיזשע: מיין ליבער ייד, איך האב מורא איך קען אייך גאר נישט העלפן. מיר איז קיינמאל נישט שלעכט געגאנגען – חאטש איך בין שטענדיג געווען אן עני ואביון בין איך שטענדיג צופרידען געווען – ווייל אזוי האט דער עבערשטער געוואלט.
אייך איר מוסט גען צו איינעם וואס עס אים געגאנגען שלעכט – ער וועט פיהלען אייער טעם און ער וועט אייך העלפען.
י. פ)
נחום בער האמבורגער
באיאנער חסיד
- המגיד מברודי לא רוצה לקבל קוויטלך