ר’ הירש ליב ארליקער איז געווען אמאל אין מעזשביזש – האט מען אים דערציילט דאס ר’ ברוך מעזשביזשער איז קראנק. האט ער געוואלט מבקר חולה זיין. אזוי ווי ער האט געוואוסט דאס ר’ ברוך איז א ברוגזער און איז מבטל אלע צדיקים פון זיין דור האט ער געהייסען זיין גבאי ער זאל מיטנעמען א בענקעל ווייל ער האט פארשטאנען דאס ר’ ברוך וועט אים אוודאי נישט הייסען זיצען.
אזוי ווי דער ארליקער איז אריינגעקומען אין שטוב און ר’ ברוך האט אים דערקענט האט זיך ר’ ברוך אלס ביטול אויסגעדרייט צו דער וואנד. דער ארליקער דאווייל האט זיך גענעמען דאס בענקעל וואס דער גבאי האט מיטגענומען און האט זיך אוועקגעזעצט.
ר’ ברוך האט געשפירט דאס דער ארליקער האט זיך אוועגגעזעצט האט ער זיך אנגערופען – אלס נאך אויסגע-דרייט מיט דעם פנים צו דער וואנד – ווי נעמט זיך אזא שטאלץ צו א יידן – ער קומט אריין צו דעם חד בדרא און זעצט זיך אן רשות.
ענטפערט אים דער ארליקער ווי נעמט זיך אזא שטאלץ צו א יידן – אז א חד בדרא קומט אריין צו אים און ער הייסט אים נישט זעצען.
פרעגט אים ר’ ברוך: ווי קען זיין צוויי חד בדרא’ת.ענטפערט אים דער ארליקער: איר זענט א חד בדרא אין יראה, איך בין א חד בדרא בחכמה און ר’ שלום פראהאבישטער איז א חד בדרא בעניני זיווג.
פרעגט ר’ ברוך: אויב איר זענד תאקי א חד בדרא אין חכמה – נו זאגט מיר וואס פאר א קיטרוג איז געווען דעם ימים נוראים אין הימעל און וואס האט איר געענטפערט?
ענטפערט אים דער ארליקער: אין הימעל איז געווען א קיטרוג אז די יידען טוען תאקי תשובה און קלאגען אבער נאר פאר זיך און זיי האבען נישט אין זינען שכינתא בגלותא.
נו – וואס האט איר דארויף געענטפערט – פרעגט ר’ ברוך. איך האב געזאגט – האט זיך אנגערופען דער ארליקער – אויב די יידען האבען נאר זיך אין זינען – נו רבונו של עולם טו אויך אזוי האב נאר זיך אין זינען – עשה למענך אם לא למעננו!
האט ר’ ברוך צוגעגעבען – תאקי א קלוגע תשובה!
י.פ) דוד פישמאן