ר’ אהרן קוידאנאווער איז געווען א גרויסער וויצלער. איינמאל איז ער געפארען אויף דעם וועג און איז דארכגעפארען לידא – אן ארט פון אסך משכילים.
איינער פון די משכילים האט אים געפרעגט – וואס איז אזוי מיט אייך – דאך אויך נאר א בן אדם – וואס קומט אייך אזוי פיל כבוד.
רופט זיך צו אים אב ר’ אהרן: יונגער מאן – דעם חילוק צווישען מיר און דיר איז אין דריי אופנים.
1) דו זוכסט ווייבער און ווייבער זוכען מיך
2) דו גיבסט ווייבער געלד און מיר גיבען ווייבער געלט
3) דו זאגסט ווייבער צו אז זיי וועלען נישט האבען קינדער און צו סוף האבען זיי יא, איך זאג זיי צו און זיי האבען יא
אברהם פערלאוו – א קוידאנאווער אייניקעל – ר’ אהרן’ס אייניקעל – גלעבט נישט דאס ר’ אהרן האט געזאגט אזא “גראבען וויץ” חאטש ער ווייסט דאס ער איז געווען א גרויסער וויצלער
י.פ) מ. איווענסקי