ר’ יחיאל לוניקער איינער פון די חשובסטע סאדאגארער חסידים (ער איז נאך געווען ביים ריזשינער רבין) האט דערציילט:

ר’ אברהם, דעם ריזשינער’ס ברודער, איז איינמאל געפארען מיט א חברה חסידים – האט ער זיך אבגעשטעלט אין א קרעטשמא דאווענען מנחה. נאך דעם דאווענען האט ער זיך אנגערופען – איך גיי מאכען א סעודת {הודעה} [הודאה]. פארוואס?

ער איז אמאל געפארען אין וועג און עס איז אויסגעקומען אים אנצורירען א ספר פון דעם בראסלאווער.

עס איז באוואוסט האט ר’ אברהם ווייטער געזאגט דאס נגזירה גזרה דאס דער וואס רירט אן א בראסלאווער ספר ווערען זיינע תפילות נישט אנגענומען פאר פערציג טעג.

דעם טאג זענען פארביי די 40 טעג – דאפאר 

מאכט ער א סעודת {הודעה}[הודאה].

[הערת צד:] די זעלבע ענלעכע מעשה ווערד דערציילט פון דעם בערדיטשעווער – 

 נאר דארט שמוסט מען דאס ער האט אנגערירט דעססויער’ס איבערזעצונג פון תנ”ך.

 

י.פ)                                                                                                   

הרב רייטער

פראהאבישטער רב