בשעת דער אלטער שטעפענעשטער איז דאס לעצטע מאל געפארען 

אין די בעדער האט ער זיך אבגעשטעלט אין סאדאגארע. ווען ער 

האט זיך {געזעגנעט} [געזעגענט] איז ער געשטאנען מיט איין פוס אויף דער 

ערד און מיט דעם צווייטען פוס אויף דער קארעטע און האט 

דערציילט די פאלגענדע מעשה:

בשעת דער אייבערשטער האט געוואלט חרוב מאכען דעם בית 

המקדש האט קיינער פון די מלאכים נישט געוואלט זיך אונטערנעמען 

אויף זיך אזא שטיקעל ארבייט. אז עס איז געקומען צום ס”ם 

האט ער אויך נישט געוואלט – ער האט געטענ’עט אז לעתיד לבא 

וועט מען אים דאך דן זיין.

האט דער אייבערשטער אים צוגעזאגט אז ער וועט אים געבען א 

געהיימען שם און קיינער אויף דער וועלט וועט נישט וויסען פון דעם 

שם און ביז דער שם וועט נישט אנטפלעגט ווערען וועט נישט די 

גאולה נישט קענען קומען. נאר דער צדיק פון יעדען דור 

וועט וויסען דאס דער שם עקסיסטירט אבער זיי האבען נישט געספעהעט 

צו געווארע ווערען דעם סוד פון דעם שם חאטש זיי האבען 

געהארעוועט מיט אלע זייערע כוחות אים אויסצוגעפונען.

די ידיעה פון דעם שם איז געגאנגען בירושה פון צדיק 

צו צדיק. דער ר”י הקדוש האט עס איבערגעגעבען צום בעשט 

דער בעשט צו דעם מגיד – דער מגיד צום מלאך און דער 

מלאך צו ר’ שלום פראהאבישטער.

דער שטעפענעשטער האט ווייטער דער ציילט: וואס האט געטון 

דער זיידע (ר’ שלום) – ער האט ביי זיך געפועלט דאס ער זאל 

זיך חבר’ן מיט דעם ס”ם. ער האט זיך אנגעטון “שפראנקעס” [בגליון:]? (מאדערנע קליידער)] 

און האט דעם ס”ם געזאגט דאס וואס ער איס א רבי 

איז נאר א שפיל – אים אמת איז ער פון זיינע חברה לייט – 

און ער נארט זיי גאר אָב. האט אים ר’ שלום אמאל געפרעגט אבער וואס

 

וועט פארט פון אונס ביידע זיין דער תכלית – מען וועט אונס 

דאך סוף כל סוף משפט’ן. האט אים דער ס”ם געענטפערט דאס 

ער דארף נישט מורא האבען ער האט ביי זיך אין דער האנד 

אזא פארזיכערונג – דעם שם וואס מען קען אים קיינמאל נישט 

בייקומען.

דער ס”ם און ר’ שלום זענען אלס געווארען היימישער ביז 

דער ס”ם האט עפעס דערשפירט דאס ער ארבעט זיך עפעס אים 

{המעל} [הימעל] {אנטקעגנ} [אנטקעגן] אים. איז ער באלד חושד געווען ר’ שלום. זעט ער 

אבער באלד ווי ר’ שלום געט אים מארקט און קויפט איין ביי 

א גויה אן עוף מיט אייער און האנדעלט מיט איר און גיט איר 

געלד – איז ער באלד אראב פון דעם חשד.

דער סוף איז געווען דאס ער האט אים איבערגעגעבען דעם שם. 

אזוי ווי ער האט דאס געטון האט דער ס”ם דעזען דערזען 

דאס אים הימעל שיינט זיך שוין א ליכט פון גאולה – האט ער 

געוואלט געווארע זיין פון וואנען עס נעמט זיך די סיבה.

האט ער איינגעטיילט די וועלט אויף 8 חלקים און אזוי ארויף איז 

ער געפאלען דאס עס מוס שטאמען פון רוסלאנד. רוסלאנד 

האט ער איינגעטיילט אויף 8 חלקים און עס אויסגעקומען דאס 

די גובערניע ווי פראהאבישט איז.

די גובערניע ווייטער איינגעטיילט און אזוי איינמאל נאך דעם 

אנדערען – ביז ער איז געקומען נאך פראהאבישט, דאס געסעל ווי ר’ שלום 

האט געווינט און ביז אויף ר’ שלום אליין – און האט זיך געוואלט נוקם זיין אויף אים. 

אבער ר’ שלום האט נישט מורא געהאט פאר אים – און האט אים 

געענטפערט: איך האב פאר דיר נישט קיין מורא – מיינע קינדער’ס 

נשמות וועלען זיין גרעסער פאר די – און זייערע גופות בין האב איך שוין

מפקיר געווען לאנג עד ביאת גואל און אויב די גופות וועלען עס נישט אויס האלטען 

וועלען זיי קענען פארען אין די ווארם בעדער.

 

י. פ) מתתי’ ספעקטאר

באיאנער חסיד