תלמידים האבען געפרעגט דעם בעל שם טוב: וואס איז דאס אזא ענין – דאס קוויטל?
האט ער זיי געענטפערט:
אויב א ייד וואלט געווען בשלמות – אן חסרונות וואלט ער דאך אוודאי נישט געהאט קיינע צרות. ווען ער האט צרות איס דאך א סימן אז ער האט געזינדיגט. וואלט ער דאך געדארפט קומן צום רבין און אויסזאגען דעם גאנצען אמת. שעמט ער זיך אבער און שרייבט אריין אין קוויטעל אז וועגען זיינע צרות – ווייס מען סיי ווי סיי דאס ער האט געזינדיגט.
י. פ)
פנחס לאנדוי