ר’ חיים סאנצער מחכמי בראד האט איינמאל סוכות ביי נאכט בשעת ער איז געזעסען אליין אין סוכה מיט זיינעם א זון – גערעדט אויף דעם בעשט – אזש אסור לדבר! דערנאך זענען זיי גע- גאנגען שלאפען. גאר אין דער פרי האט ער זיך אויפ- געהויבען אין געגאנגען אין מקוה. אויף דעם וועג טרעפט ער דעם בעשט.

 

פרעגט אים דעם בעשט: שטייטש! מען זיצט מיט די הייליגע אושפיזין אין סוכה און מען רעדט אזוי לשון הרע.

 

האט זיך ר’ חיים געוואונדעט. ווי אזוי ווייס דער בעשט פון דער גאנצער מעשה. קיינער איז דאך נישט געזעסען מיט זיי אין סוכה און ער ווייס דאס זיין זון שלאפט נאך. פרעגט ער אים: ווער האט אייך דאס דערציילט?

 

ענטפערט אים דער בעש”ט דאס א מלאך האט אים דאס דערציילט. פרגט אים ר’ חיים סאנצער ווייטער: ווי מעג דען א מלאך דערציילען לשון הרע.

 

זאגט אים דער בעשט: יא! אז מען טוט גוטס ווערד באשאפען א גוטער מלאך און ער טוט אוודאי נאך נאר גוטס און אזא מלאך וועט נישט דערציילען לשון הרע.

 

אויב מען טוט אבער שלעכטס – ווערד געבוירען א שלעכטער מלאך און ער האט מיר שוין יא אבגעטראגען דעם לשון הרע

 

י.פ)                                                                                             

הרב תאומים

דוד געלבטוך

קאפיטשיניצער חסיד