דער באיאנער רבי מטשערנאוויץ (ר’ מנחם נחום) האט דערציילט אמאל די מעשה.
דער ריזשינער פלעגט פארען שפאצירען אין וואלד און דארט צו דאווענען מנחה. יעדעס מאל האט ער מיטגענומען אן אנדערען זין איינמאל איז מיט אים מיטגעפארען דער שטעפענעשטער אז זיי זענען געקומען צו מַאלַאה נעבען באיאן האט דער ריזשינער געזעען אז א גוי טראגט א גרויסען פיש. האט דער ריזשינער געזאגט צו זיין שמש לייב – גע אראפ און קויף אוועג דעם פיש.
ר’ לייב האט אבער געזאגט אז ער האט נישט קיין געלד. ענטפערט אים דער ריזשינער – אויב אזוי גע צו צו דעם ארענדער און ליי דיר אויס געלד, אבער קויף דעם פיש.
אז דער פיש איז אבגעקויפט געפארען געווארען האט אים דער ריזשינער גענעמען אין דער האנד און האט אים לאנג אנגעקוקט – דערנאך האט ער דעם פיש אוועגגעלעגט אונטער זיינע פיס און איז אהיים געפארען.
און דער שטעפעעשטער פלעגט דערצעלען אז ווען דער ריזשינער האט א דריק געגעבען דעם פיש מיט די פיס האט דער ער געהערט ווי דער פיש שרייט: אוי וויי מיר! אוי וויי מיר!
אז מען איז אהיימגעקומען נאך סאדאגארא האט דער ריזשינער געהייסען דאס מען זאל דעם פיש אבקאכען פאר פרייטאג צו נאכט. אז מען האט דעם פיש געבראכט צום טיש האט דער ריזשינער געטיילט שיריים צו אלע זיינע קינדער, און האט אזוי געזאגט: איר ווייסט ווער דער פיש איז? אין אים איז דא א גילגול פון א א גרויסען צדיק – דארף מען אים מתקן זיין. איך וואלט אפילו געזאגט ווער דער צדיק איז אבער דא זיצן זיינע אייניקעלעך וואס זיי זענען געקומען אויף שבת וויל איך ניט אז זיי זאלען מבויש ווערען.
י.פ)
שלום רחמן ממעזריטש
געהערט פון’ם באיאנער רבי
געשריבען צו משה נארשען
א באיאנער חסיד