בשעת ר’ ישראלנו’ דער הוסיאטינער האט אנגעהויבען צו לעגען תפילין האט אים זיין פאטער דער אלטער הוסיאטינער ר’ מרדכי פייביש ז”ל דערצעלט אזא מעשה ווען ער האט אים געהאלפען לעגען די תפילין דעם ערשטען מאל. 

אמאל זענען רוסישע חסידים געקומען צום מגיד און האבען זיך באקלוגט דאס צוליב דעם גרויסען מרחק איז עס זיי שווער צו קומען עפטער, אבער אין דער זעלבער צייט איז עס זיי אויך שווער צו זיין אלענגערען זמן און אהן א רבי’ן למנהיג. 

האט דער מגיד אויסגעטון זיינס א בגד, א גארטעל און א שטעקען און האט עס איבערגעגעבען דעם זקן פון דער חברותא און האט אים אנגעזאגט: נעם די חפצים און פאהר קיין וויטעבסק. דארט וועסט דו געפינען איינעם אינגען מאן מיט’ן נאמען מענדעלע און אים וועסט דו איבערגעבען די אלע זאכען. 

אז זיין זיי זענען געקומען קיין וויטעבסק האבען זיי אנגע=הויבען זיך נאכפרעגען נאך ר’ מענדעלע. ענטפערט מען זיי: עס זענען דא אסך מענדעל’עס. וועמען פון זיי דארפט איר? ביז זיי האבען אנגעטראפען א יידינע און זי האט זיי געענטפערט: מיין איידעם הייסט אויך מענדעלע אפשר איז ער דער. און אז זיי האבען אים געטראפען אין הויז אין האבען אים איבערגעגעבען די זאכען האט ער אהן שום השוות שהיות זיך אנגעטון די בגדים און דעם גארטעל און אין דער מיניט איז ער אין גאנצען נשתנה געווארען זיין פנים און זיי האבען אים גאר נישט דער=קענט און א גרויס פחד איז געפאלען אויף זיי.

האט דער אלטער הוסיאטינער ז”ל געענדיגט: זעהסט, מיין קינד פאר אט דער מיניט אזוי – און יעצט שוין אנדערס.   

איך בענש דיך: זאלסט זיין אזא ליכט און פייער פאר דיין דור ווי ר’ מענדעלע וויטעבסקער איז געווען פאר זיינעם.

 

י.פ)