ר’ יצחק מאיר פלעגט צו באזוכען מעדזשביזש. אין מעזשביזש איז געווען א ייד, א גאר פראסטער – נישט אין גאנצען ביים פארשטאנד – און ער פלעגט נעמען נדבות. ר’ יצחק מאיר פלעגט אים {איך} [אויך] געבען א נדבה.
נעבען מעזשביזש זענען געווען ליים גרובען וואו מען האט געמאכט ציגעל – זענען דארט געווען טיפע גרובען.
איינמאל האט ר’ יצחק מאיר געפרעגט דעם פארשוין – וואס וואלטסו געטאן ווען דו פאלסט אריין אין אזא טיפער גרוב.
ענטפערט דער ייד – וואס הייסט איך וועל ארויסגען צו מיין פרוי טשארנע און נעמען די לייטער און דאן ארויסקריכען.חסידים האבען זיך געוואונדערט וואס ר’ יצחק מאיר פארברענגט אזוי פיל צייט מיט דעם פראסטען פארשוין.
ענטפערט זיי ר’ יצחק מאיר:
עס שטייט אז משיח וועט קומען וועלען אלע מלכים ברענגען מתנות צום מלך המשיח. לאמיר פארשטייען! וואס פאר א מתנות וועלען זיי ברענגען? גאלד און סילווער? וואס {דארפ} [דארף] דאס דער מלך המשיח. וואס איז חשוב ביי מלך המשיח? א ייד – אבער וואס פאר א ייד וועט ווארטען ביז מען וועט אים ברענגען – אוואדי יעדער ייד וועט דאך לויפען מיט אן אימפעט אז ער וועט נאר הערען אז בביאת המשיח. ווער דען וועט איבערבלייבען? נאר אזא מין פארשוין!
און עס שטייט אז משיח וועט זיין צופרידען מיט דער מתנה. נו – אויב המלך המשיח וועט זיין האבען הנאה פון אזא יידען – איז כדאי צו ארויס צו ווארפען א פאר ווערטער מיט אים.
י.פ) אלעזר זאהן