דער ריזשינער רבי איז געווען ביים סלאוויטער רב. האט דער ריזשינער גערעכערט זיין לולקע און זי האט זיך עטלעכע מאל אויסגעלאשען.

 

האט דער ריזשינער געפרעגט דעם סלאוויטער רב צו ער מעג רעכערן – אפשר קען ער נישט ליידען דעם. רויך.

 

האט דער סלאוויטער רב געענטפערט: טאקי נישט, טאקי נישט! א יונגער מאן דארף ברענען מיט דעם הארצען – נישט מיט דעם מויל.

 

י.פ)                                                                         

פנחס לאנדוי