דער באטשאטשער רב האט דער ציילט פון דעם אלטען טשארטקאווער די פאלגענדע מעשה
ביי א טיש איז א ייד צוגעגאנגען צום רבין און בשעת לחיים טרינקען האט ער צערבראכען א פלאש וויין און דער וויין האט זיך צוגאסען אויף דעם טשארטקאווער. דער ייד ייד איז שעור נישט חלשות געבליבען אויף דעם ארט – {שטייטש} [סטייטש] דעם הייליגן רבי’ן באגאסען מיט וויין.
דער טשארטקאווער האט באלד תופס געווען וואס דער ארמער ייד פילט – האט ער באלד זיך אנגערופען – דאס אז מען {בערט} [ברעכט] א פלאש – איז א שמחה און סימן ברכה.
מיט דעם האט ער דעם יידן ממש מחייה געווען.
דערנאך האט דער רבי אים געשיקט מיט דעם גבאי א קאפאטע א מתנה אים צו ווייזען דאס ער האט נישט חלישות דעת געווען [בגליון: ?]
י.פ)
יעקב טייטעלבוים