דער ריזשינער’ס צווייטע פרוי איז געווען ר’ הירשעלע רימינאווער’ס אלמנה.
נאך דער חתונה האט זי דעם ריזשינער געפרעגט וואס האט דער רימינאווער געזאגט אויף מיר?
האט זי געענטפערט: מיין ערשטער מאן האט געזאגט דעם ריזשינער קלעקט נישט קיין געלד און כבוד פון דער גאנצער וועלט און טראצדעם האט ער נישט נהנה געווען דאפון.
האט זיך דער ריזשינער אנגערופען: אוודאי – אוודאי! איך האב נישט דערווארטעט ער זאל אזוי ווייט וויסען.
י.פ) חיים באראד געהערט פון פאשקאנער רבי