בשעת דאס שיף אויף וועלכען דער בעשט איס געפארען קיין ארץ ישראל האט אנגעהויבען צו זינקען האט דער בעש”ט פון גרויס שרעק אלעס פארגעסען וואס ער האט געקענט.
נאך דעם ער איז געראטעוועט געווארען צוזאמען מיט זיינעם א תלמיד ר’ הירש סופר האט זיך דער בעש”ט זיך געבעטען ביי ר’ הירש: דו ביסט דאך א סופר – צייל מיר איבער די אותיות. און אזוי ווי ער האט אנגעהויבען צי ציילען די אותיות איז דער זכרון צוריקגעקומען צום בעש”ט און האט אנגעהויבען צו געדענקען אלעס אזוי ווי פריער.
די וועלט זאגט אז אויב דעם בעשט וואלט זיך צוזאמענגעקומען מיט דעם {אורח חיים} [אור החיים] אין ארץ ישראל וואלט משיח געקומען.
י.פ.