ר’ יצחק סקווערער האט אמאל פארגעהאלטען ר’ דוד טאלנער וואס ער האלט זיך אזוי גרויס פירט זיך אזוי רייך – פארט מיט א קארעטע מיט 4 פערד געשפאנט.
האט זיך ר’ דוד מתווכח געווען מיט אים און אים אויס- געוויזען דאס זיין דרך איז גערעכט.
האט ר’ יצחק אים געענטפערט – קען זיין דאס דיין דרך איז תאקי גערעכט און גוט פאר דיר. אבער וואס וועט זיין מיט דיינע קינדער – אויב דיינע קינדער וועלען נישט זיין אזוי ווי דו (דאס הייסט אין קידשות און מדות) וועט שוין נישט טויגען.
האט ער ווייטער געזאגט – מילא מיינע קינדער אז זיי וועלען פאלגען מיין דרך פון אסך פאסטען און געהען שטענדיג אין מקוה – אפילו וו זיי וועלען נישט אזוי מיינען ערנסט – נו אבער עס איס פארט גוט.
י.פ)
ביליצער רב
הרב שטערן