התגלות פון בעש”ט

 

איינמאל איז דער בעשט דארכגעפוהרען א דארף. האט א שקץ שייגעץ אים געווארפען א שטיין. האט ער {האט} אנגעהויבען צו זינקען אין דער ערד אריין, און וואס מען האט אים געוואלט מער ראטעווען איז ער אלז מער געזונקען.

זענען גוים נאכגעלויפען דעם בעשט און האבען אים געבייטען רחמונ רחמנות ער זאל ראטעווען דעם שייגעץ.

האט ער געזאגט דאס אויב דאס יינגעל וועט צוזאגען דאס ער וועט שוין אזוי נישט טון נאכאמאל וועט ער געהאלפען ווערען. און אזוי איז {טאטע} [טאקע] געווען.

 

דערנאך האט דער בעש”ט געזאגט: די וועלט האט גאר נישט געפילט דאס דאס איז געווען א מופת.

 

י.פ.

הרב רייטער

פראהאבישטער רב