דער ראפטשיקער איז געווען אמאל ביים קאזשניצער מגיד צו באזוך.

דער קאזשיניצער האט זיך נוהג געווען דאס אפילו די העכסטער און טיפסטע ענינים פון קבלה און חסידות האט ער אויסגעטיישט אויף אזא גערינגען און איינפאכען אופן דאס אפילו דער {פראסטצער} [פראסטער] ייד האט עס געקענט פארשטיין.

 

דעם ראפטשיצער איז געווען קשה א טייטש אין א קבלה ענין און האט זיך דארכגערעדט מיט דער קאזשיניצער.

דער קאזשיניצער האט אים געגעבען צו פארשטיין אויף זיין אופן מיט משלים וואס א קינד האט עס געקענט פארשטיין אבער עס איז אין זיי געלעגען טיפע רעיונות און געדאנקען.

בשעת זיי האבען אזוי געשמוזט איז אריין דעם ראפשיצער’ס בעל עגלה א פראסטאק – א גראבער יונג.הערט ער זיך צו ווי זיי רעדען און שיסט אויס א געלערנטער. אפילו ער האט פארשטאנען דעם געדאנג דעם שמוס.

 

ווערד דער ראפטשיצער שטארק ברוגז און רופט זיך אן צום בעל עגלה: דו מחוצף הערויס פון דאנען. דו גלויבסט נאר אז דו ווייס פון וואס מען רעדט – עס איז צו טיף פאר דיר

 

י.פ)

סאנזער רבי

הרב ראטענבערג