דער בראדער רב ר’ אברהם מענדעל שטיינבערג – האט דערציילט דאס דער חידושי הרי”ם איז געפארען אמאל צום ריזשינער – און האט מיט זיך מיטגענאמען רבנים מפורסמים פון פוילען.
אז ער איז געקומען צום ריזשינער פרעגט אים דער ריזשינער: עס איז אמת דאס מען מאכט אין ווארשא א שטראס?
ענטפערט אים דער חידושי הרי”ם: יא!
דער ריזשינער: מען ארבעט די שטראס מיט גוים אדער מיט יידען?
דער רי”ם: מיט יידן!
דער ריזשינער: א שטראס קען מען נישט בויען נאר מיט יידען. “וארח צדיקים כאור נגה” (משלי ד’, 18.) און ער האט דעם פסוק עטלעכע מאל איבערגעחזר’ט.
אז דער רים האט זיך געזעגנעט און איז ארויסגע- גאנגען האט ער געלעגט אן אף נאסען האנט דאנדטוך [האנטוך] ארום דען קאפ און האט זיך אנגערופען צו די פוילישע גדולים וואס זענען מיט אים מיטגעפארען: איר האט זיכענ זעכער נישט פארשטאנען אבער ער האט מיט מיר איבעגעחזרט א האלבען פרי עץ חיים.
י.פ)
יעקב טייטעלבוים