איינמאל ערב יום כפור ביי’ם טיש האט זיך דער ריזשינער אנגערופען צו די חסידים וואס זענען געזעסען ביים טיש: יינגלעך! קעלבער! וואס טוט ער דא ביי מיין טיש! די חסידים האבען זיך שטארק דערשראקען – אבער קיינער האט זיך נישט גערירט פונ’ם ארט.

 

דערנאך האט דער ריזשינער ווייטער געזאגט: עס שטייט: סור מרע ועשה טוב, בקש שלום ורדפהו. אז איר ווילט זיין אבגעהיט פון סור מרע זאלט איר טוען עשה טוב. בקש שלום ורדפהו. איר זאלט זוכען דעם צדיק (וואס איז במדרגה שלום) ורדפהו און איר זאלט אים נאכיאגען – חאטש ער טרייבט אייך און שרייט אייך נאך יינגלעך, קעלבער.

 

נאך דעם טיש אז חסידים האבען זיך איינער דעם אנדערען דערציילט וואס זיי האבען געטראכט בעת דער ריזשינער האט זיך אויסגעשריגען אויף זיי האבען זיי אלע דערפילט אז בעת מעשה האבען זיי אלע געטראכט און ביי זיך געזאגט: שמע ישראל!

 

און ריזשינער חסידים זאגען דאס אלע יידען וואס זענען דעמאלט געזעסען ביי דעם טיש האבען אלע מאריך ימים געווען.

 

י.פ)        

ר’ מש

מאטעס העלער

באיאנער חסיד