דער אלטער טשארטקאווער האט שטענדיג דער ציילט ווי אזוי די צדיקים און רבי’ס בדורו של הריזשינער האבען אים געהויבען און גרויס געמאכט.

איינמאל ביים ריזשינער’ס יארצייט האט דער טשארטקאווער דערציילט די פאלגענדע מעשה.

 

ווען דער ריזשינער האט געדארפט אנהייבען צו לעגן תפילין האט זיין מוטער חוה’נו אים גענומען צום אפטער רב. ווען ער איז אנגעקומען צום אפטער האט זי אים אנגעזאגט דאס אזוי ווי דער אפטער דאווענט שפעטלעך זאל ער ווארטען מיט די תפילין ביז דער אפטער וועט מיט אים קענען לעגן די ערשטע תפילין.

פונקט אבער דעמולט אים דעם טאג פון דער בר מצווה האט דער ריזשינער געהאט געוואלדיגע השכמה און געלעגט תפילין גאר אין דער פרי.

ווען עס איז געקומען די צייט פונ’ם אפטער רב צום דאווענען האט מען אנגעהויבען צו ווארטען אויף דעם ריזשינער. אבער ער איז נישט דא – מען האט אים געזוכט און נישט געקענט געפונען. סוף כל סוף איז ער אנגעקומען און חוה’נו – די מוטער – מיט גרויס שרעק האט אים געפרעגט – ווי ביסט דו געווען – האסט נישט געוואוסט דאס דער אפטער רב האט דיר געדארפט לעגן די ערשטע תפילין. האט דער ריזשינער איר געענטפערט – יא אבער איך האב דאך שוין {געדאוונעט} [געדאווענט] און געלעגט תפילין. איז חוה’נו נאך מער דערציטערט געווארען – סטייטש – דא איז זי געפוהרען אייגענסט צום אפטער און איר קינד האט גאר אליין זיך דערלויבט צו לעגן תפילין.

אבער זי האט אים פארט גענעמן צום אפטער. האט דער אפטער זיך אנגערופן: לאמיר חאטש זען ווי דו האסט {געדאוונעט} [געדאווענט].

 

י. פ)

מעכעלע שוחט