אז מען האט דעם ריזשינער הערויס פון דער תפיסה הערויסגעגנב’ט און איז שוין געווען אין דער פריי – האט ער זיך פלוצלינג צוריגגעריסען און געהייסען מען זאל אים צוריקטראגען אין תפיסה – האט מען געשריגען – וואס הייסט? – ווי אזוי קען זיך געטרויען צוריק אין פייער לויפן – אבער דער ריזשינער האט {אייגעקשנ’ט} [איינגעקשנ’ט] און מען האט אים געמוסט פאלגען – און אים צוריק געטראגן.

שפעטער האט ער זיך פארענפערט און האט געזאגט אז ער האט דאס געטון כדי מקיים ווייל דארט ווי מען איז איינמאל געווען מוס מען נאכאמאל זיין און ער האט דאס געוואלט מקיים זיין.

 

י. פ)

מעכעלע שוחט