דער רב איז דארכגעפארען פראהאביטש און איז געווען געגאנגען אין הויס באזוכען ר’ אברהם דער עלטערען זון פון ר’ שלום (מען האט אים גערופען דעם צווייטען מלאך) און דער ריזשינער.

ר’ אברהם איז שוין געווען פערהייראט און דער ריזשינער איז נאך געווען א קינד.

אז דער רב האט געפרעגט דעם ריזשינער וואס ער לערנט אין חדר האט דער ריזשינער אים געפרעגט:

ווי אזוי איז מעגליך אז א מענש איז מקבל עול מלכות שמים מיט דעם גאנצען מסירת נפש ווען ער זאגט שמע ישראל – ווי אזוי קען ער האבען נאך כח צו זאגען ואהבת –

 

האט דער רב אנגעהויבען שיטען הויכע מאמרים און טיפע רעיונות אויף שעות און האט געפרוווט פארענטפערן דעם ריזשינערס {קשה} [קשיא].

שפעטער האט ער געזאגט: דער עלטערער אין אנהייב האט פארשטאנען אבער ער איז שפעטער מיד געוארען און האט נישט מער משיג געווען – אבער דער קליינער האט אלעס משיג געווען און אלעס פארשטאנען

 

י.פ)

מעכעלע שוחט