ווען דער ריזשינער איז געווען נאך זייער יונג האט אים זיינע מוטער די רעביצען חווה’לה געבעטען ער זאל פוהרען צום אבטער רב צו נעמען סמיכה.

איז ער געווען איינפארשטאנען און האט מיטגענומען ר’ אברהם שלמה. אויף דען וועג האט ר’ אברהם שלמה שטענדיג חוזק געמאכט פון רבישאפט.

ביי נאכט זענען זיי ביידע איינגעשטאנדען אין דער זעלבער שטאנציע און האבען זיך געשטעלט דאווענען.

האט ר’ אברהם שלמה שטארק מאריך געווען די שמנה עשרה. האט אים דער ריזשינער געגעבען אזא שטופּ דאס ער זאל שוין אויסגען און ער האט עוקר {רגלו} [רגליו] געווען.

און דערנאך האט ער אים געפרעגט די דריי פראגעס

  1. פאר וואס האט ער עוקר {רגלו} [רגליו] געווען
  2. פאר וואס האט ער אזוי מאריך געווען
  3. ער האט אים געפרעגט פשט פון דעם פסוק: הסובל ומעלים עין מסוררים. אויב ער איז ער א סובל איז ער דאך נישט מעלים עין?  [בגליון: ?].

 

האט אים ר’ אברהם שלמה געענטפערט אויף די 3 פראגען.

  1. עס שטייט: אפילו המלך שואל בשלומו לא יפסק ישיבנואון אפילו נחש כרוך על עקבו לא יפסקאבל עקרב פוסק און עס וועט געזאגט דאס: הוי זהיר בגחלתן של תלמידי חכמים {שנחישתן} [שנשיכתן] נחישת עקרב.דאפאר האב איך עוקר {רגלו} [רגליו]  געווען ווען איר האט מיר א שטופ געטון
  2. איר זענט שוין אן אויסגעדינטער זאלדאט קענט איר דינען שנעל – איך נישט. איך גע פאוואליע. מיין פולווער אנלאדען געט זייער לאנגזאם, און עס געדויערט לענגער
  3. מעלים עין מסוררים איז דער קדוש ברוך הוא פון מיר – א סובל איז ער אבער פון אייך, ווייל עס שטייט דאך הקדוש ברוך הוא גוזר וצדיק מבטל

 

י.פ)

הרב גאלד

אן אור עניקעל פון מלאך