בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה זענען געווען מסירות אנטקעגען דעם טשארטקאווער ר’ ישראל’נו אז ער העלפט יידען זיך אויסדרייען פון מיליטער דינסט.
איינמאל קומט צו אים אן אלטער צערבראכענער ייד וואס וויינט און קלוגט אז זיין זון – אן א בן-יחיד דארף זיך שטעלען צום מיליטער און דער טשארטקאווער זאל בעטען פאר אים און זעען א מיטעל ווי אזוי אים צו ראטעווען.
ענטפערט אים דער טשארטקאווער: עס טוט מיר זייער לייד וואס איך בין נישט יונגער – זאנסט וואלט איך מיך אליין געשטעלט אין דינסט פון’ם {פאטעלאנד} [פאטערלאנד] – איך קען גאר נישט טוען פאר דיר – זאל דיין זון זיך שטעלען און דער אייבערשטער זיין א גוטער זאלדאט.
אזוי ווי דער ייד האט דאס דערהערט האט ער זיך מודה געווען דאס ער איז א פאליציי שפיאן און איז געקומען צו זוכען עדות אויף די מסירות – אזוי ווי ער העט געזעען וואס א חכם דער איז טשארטקאווער איז האט ער {געפלט} [געפילט] ער מוס אויסזאגען דעם אמת וועגען זיך.
י.פ)
יוסף וואהרמאן
הוסיאטינער חסיד