א פרוי וואס איז געווען פארהייראטעט צו א סטאליער.
ער איז אפטמאל אוועגגעפארען צו זוכען ארבייט. איינמאל איז ער
פארשוואונדען געווארען און זי האט קיין שום אות פון אים געהאט.
איינמאל איז ר’ אשר’ל* סטאלנער דארכגעפארען דאס דארף ווי די פרוי האט געוווינט. שוין ביים אוועגפארען האט זיך די עגונה צוגעשלאגען און מיט א ביטער הארץ אים דער ציילט פון אירע צרות.
[*בגיליון: נישט 100% זעכער דאס דאס איז ר’ אשר אבער זעכער פון סטאלנער גזע]
ער איז געשטאנען ביים וואגען בשעת זי האט אים דער ציילט איר מעשה. האט ער געגעבען א קוק אויף דעם ראָד פון דעם וואגען און געזאגט אז מען דארף רופען א סטאליער – ווייל מען דארף עפעס פארעכטען דאס ראד.
אז דער סטאליער פון דארף איז געקומען האט דער רבי מיט אים אנגעהויבען צו רעדען פון דער פארשווונעדענעם סטאליער – ביז ער האט געגעבען א שריי צו אים: זיי זיך מודה!
און דער רבי האט געווירקט אויף אים דאס ער זאל זיך מודה געווען – דאס בשעת א מחלוקת האט ער אים געהרגגעהרג’ט און אים באגראבען ביי זיך אין הויף.
י.פ)
פסח לעלטשיק
(סטאלנער חסיד)