ר’ נפתלי חיים הורוויץ דער איידים פונ’ם סאנצער רב האט אבגערעכט גלות – איז ער ארומגעפארען איבער דער וועלט – אן אבגעריסענער – אבגעשליסענער.
איינמאל איז ער געקומען קיין סאדאגארא צום אלטען סאדאגארער. ער איז אריינגעקומען צום סאדאדגארער און האט אים געגעבען א קוויטעל. אויף דעם קוויטעל האט ער אבער נישט אנגעגעבען זיין נאמען – נאר האט סתם געשריבען נח בן שרה.
ווען ער האט זיך געפראוועט האט אים דער סאדאגארער עטלעכע מאל איבערגעפרעגט: דאס איז דיין נאמען?
אז ר’ נפתלי חיים האט דערזען אז דער סאדאגארער
דערקענט אים איז ער ארויסגעלויפען פון שטוב און אנט
פארשוואנדען.
דער סאדאגארער האט אים געלאזט זוכען ווייל ער איז געווען א גרויסער חשוב ביי אים.
י.פ) גאליציאנער רב