דער אפטער רב האט געוואלט אמאל פוהרען צו ר’ ברוך. אזוי ווי ר’ ברוך איז געווען א שטרענגער און דער אפטער רב האט ליב געהאט צו זאגען גוזמאות – האבען די גבאים {מורה} [מורא] געהאט זיי זאלען זיך נישט צערקריגען און האבען אים נישט געלאסט פוהרען. ער האט זיך אבער איינגעשפארט און דווקא געוואלט האבען די חשובע[?] מקורבים אים אויסגעזאגט דעם אמת פארוואס זיי האבען מורא ער זאל זיך טרעפען מיט ר’ ברוך. האט ער זיי צו געזאגט דאס ער וועט זיך היטען צו רעדען גוזמאות.
אז ער איז אנגעקומען פרייטאג צו נאכט האט ר’ ברוך וויסענדיג דאס דער אפטער האט ליב אסך צו עסן אים געגעבען א גרויסע פארציע – און דער אפטער אזוי ווי זיין שטייגער האט געגעסען פון דער שיסעל.
האט מען געמיינט {דאס} דאס וועט ארען ר’ ברוך. ער האט אבער געזאגט דאס ער האט געזען ווי אזוי מען איז מקריב קרבנות.
ווען דער אפטער רב האט אנגעהויבען צו דערציילען גוזמאות האט ר’ ברוך זיך אנגערופען: עס איז ממש א גאלדגעוויכט אין א גאלדגעוויכט אין זיין מויל.
פרייטאג צו נאכטס און שבת און דער פרי האט מען מכבד געווען דעם אפטער צו זאגען תורה. אבער צו שלש סעודות האט ער שוין נישט געוואלט.
האט ר’ ברוך געזאגט א פשוטען שטיקל זוהר.אז ער איז אוועק פון דער סעודה האט ער געזאגט צו זיין משרת:שנעל מאך מיר דאס געלעגער איך וויל מיך צו {שפרארען} [שפארען]. מיט זיין תורה האט ער מיך אין גאנצען צערבראכען.
י.פ)
אלעזר זאהן