בשעת דער אבטער רב האט געוווינט אין יאס האט זיך אים פארגלוסט ער זאל פארען זיך זעען מיט ר’ ברוך. די גבאים אבער וואס האבען געוואוסט דאס ר’ ברוך איז זייער א שטרענגער האבען מורא געהאט אז עס וועט קומען צו א מחלוקת ווען ר’ ברוך וועט הערען דעם אבטער’ס רב גוזמאות און זעען דאס עסען זיינס (דער אבטער רבי האט געוואלדיג פיל געגעסען)
אבער עס האט גאר נישט געהאלפען – און דער אפטער רב איז געפארען און געקומען אויף שבת צו ר’ ברוך. ביי נאכט ביים טיש האט מען דערלאנגט לאקשען – א גאנצע שיסעל. ערשט האט דער אבטער רב געגעסען מיט א לעפעל אבער באלד האט ער גענומען די שיסעל און אין די הענד און אנגעהויבען צו עסען פון דער שיסעל.
האט מען מורא געהאט אז דאס מין עסען וועט הארען ר’ ברוך. ניין! ער האט זיך נאר אנגערופען – זעעט נאר ווי א מענש איז איז {לאוד} [להוט] נאך קרבנות! און שפעטער האט ער אים מכבד געווען צו זאגען תורה.
שבת אין דער פרי האט ר’ ברוך ווייטער מכבד געווען דעם אבטער צו זאגען תורה.
צו שלש סעודות האט דער אבטער רב נישט געוואלט גייען צום טיש – ער האט געזאגט – איך האב געזאגט תורה פרייטאג צו נאכט און שבת אין דער פרי – איך האב מורא ער וועט מיך נאכאמאל מכבד זיין.
האט אים ר’ ברוך צוגעזאגט אז ער וועט זאגען תורה אבער ער זאל קומען.
איז ער געקומען. ביי שלש סעודות האט ר’ ברוך אנגעהויבען צו זאגען זהר א שטיקעל זהר – אבער נאר דעם פראסטען לשון – קיין שום פסק פשט.
נאך דעם בענשען איז דער אפטער רב אהיימגעגאנגען צו זיין שטאנציע – האט ער זיך אנגערופען צו זיין מקורב. ר’ ברוך האט מיך ממש צערבראכען מיט זיין תורה.
און ר’ ברוך האט זיך אנגערופען אויף דעם אפטער’ס גוזמאות: זיין מויל איז א גאלדגעוויכט.
י.פ)
]אלעזר זאהן
א מעזשביזשער