דעם סאנצער’ס שווער דער וווידיסלאווער רב איז נתגדל געווארען ביים חידושי הרי”ם – זיין פאטער איז געווען דעם חידושי הרי’םס ברודער, און דער סאנצער האט די פאלגענדע מעשה אליין געהערט פון אים.

 

ר’ בעריש מייזעלס וואס איז פריער געווען רב אין קראקא איז שפעטער אויסגעקליבען געווארען רב אין ווארשא. חאטש ער האט געהייסען א {מתנגיד} [מתנגד] האבען אים חסידים געמאכט ווארשעווער רב (אגב האט מען געוואלט מאכען דעם חידושי הרי”ם רב אין ווארשא אבער ער האט נישט געוואלט – ווייל ער האט געזאגט דאס ער וואלט נישט געהאט צייט פאר קהלישע ענינים) – ער האט דאך געדאווענט שחרית אפשר פיר שעה צייט און וואס האט ער עס געדארפט? ער איז דאך געווען אויך א גרויסער גביר)

 

איינמאל איז ר’ בעריש מייזעלס געקומען אבשטאטען א וויזיט צום חידושי הרי”ם – האט דער חידושי הרי”ם אנגעהויבען צו שמוסן חסידות – און מיט א געשריי געפרעגט הרב מייזעלס: ווייסט איר וואס איך האב געהערט פון מיין רבי’ן ר’ בונים מפשיסכע אויף דעם ייד הקדוש? ער איז געווען אזוי גרויס ווי די נביאים און אפשר נאך גרעסער!

און דאנאך האט ער זיך נאכאמאל אנגערופען: און דער ייד הקדוש האט געהאט כוונות ביים רעכערן ווי דער כהן גדול ביי קטורת {בפנאי ולבפנים!} [לפני ולפנים!]

 

י.פ)

סאנצער רבי