צום מגיד איז געקומען צו ווערען א תלמיד א ייד א גרויסער למדן – אבען מען האט פון אים נישט געהאלטען אז מענש און דערצו איז ער אויך נישט געווען צו א קלוגער.

 

האט דער מגיד געזאגט: מען זאגט דאס דער יצר הרע איז א מלך זקן וכסיל. איז דאך קשה. מיר ווייסען דאך דאס דער יצר הרע איז גאר א רירעוודיגער  – א שפירט – נו פאר וואס זאגט מען אז ער איז א מלך זקן וכסיל. נאר דער פשט איז אז ער איז א מלך אויף אפילו אויף א זקן וכסיל. א מלך בשר ודם האט נישט צו שאפען טוען מיט זקנים וכסילים – אין אן ארמע דארף מען נישט אלטע און נַארָאנים. אבער דער יצר הרע האט יא צו שאפן איבער זיי – ער נארט זיי גאר אפט אין זיין זאך אריין.

און די וועלט דערציילט תאקי דאס דער למדן אויף דער עלטער איז געווארען זייער א ביליגער מענש און אין פינסק האט ער געמסרט דעם בארדיטשעווער רב.

 

י. פ)

באיאנער חסיד