א פראהאבישטער חסיד איז אמאל געפאהרען נאך מעזשביזש צו ר’ ברוך. עדער ער איז אבגעפאהרען האט ער זיך {אבגערעדט} [אבגערעדט] מיט א חבר דאס שבת צו נאכט צו מלוה מלכה זאלען זיי גוט מדקדק זיין וואס פאסירט עס קומט פאר סיי ביי ר’ ברוך’ן און סיי ביי ר’ שלום פראהאבישטער. און אז דער ייד וועט צוריקקומען פון מעזשביזש זאלען זיי פערגלייכען וואס עס איס געשעהן.

 

ווען דער פראהאבישטער ייד איז געקומען נאך מעזשביזש און איז געווען ביי דער מלוה מלכה האט אים דערזען ר’ ברוך און האט אים א פרייג געטון: וואס טוט שלום’קע? (מען דערציילט דאס ר’ של ברוך האט גערעדט אויף ר’ שלום און האט אים קיינמאל גערופען ר’ שלום). מען מוס אים אבהאלטען ער גייט אויף א חרב חדה וואס ליגט איבער א טיפען גרוב.

 

ווען דער ייד איז צוריקגעקומען נאך פראהאבישט האט ער זיך דארכגערעדט מיט זיין חבר און יענער האט אים דערציילט דאס פונקט אין יענער מינוט ווען ר’ ברוך האט גערעדט פון ר’ שלום’ן האט ר’ שלום געהייסען זינגען “תשבי תצילנו מפי אריות”

 

י.פ.

הרב רייטער

פראהאבישטער רב