איינמאל י”ט כסלו האט דער אלטער טשארטקאווער דערציילט די מעשה.
ר’ מעכעלע זלאטשאווער איז אמאל געפארען צום מגיד און האט מיטגענעמען איינע פון די חמשה חומשי תורה – איינעם פון זיינע זון.
אז ער איז אנגעקומען נאך מעזריטש האט ר’ מעכעלע געשיקט זיין קינד צום מגיד אז ער זאל אנזאגען דאס ער איס אנגעקומען און בעטן לאזן וויסען ווען ער קען צוקומען.
האט דאס קינד איינמאל – צוויימאל אויפגעמאכט די טיר צום מגיד און אבער דער מגיד האט זיך נישט אימגעקוקט אויף אים. איז דאס קינד ברוגז געווארען און זיך אונ אומגעקערט צו דעם טאטען, אין האט אים דערציילט דאס דער מגיד האט אים באליידיגט וואס ער האט זיך אפילו נישט אומגעקוקט אויף אים.
האט אים ר’ מעכעלע געפרעגט – וואס האסט געזען ביים מגיד? האט ער געענטפערט: עפעס אן אלטער ייד איז געשטאנען דארט און האט העריינגעטענ’עט אין דעם מגיד.
האט זיך ר’ מעכעלע אנגערופען: פארשטייסט נישט מיין קינד! דאס איז דאך געווען אליהו הנביא מיט וועמען דער מגיד האט פארבראכט און דו האסט ערווארטעט ער זאל זיך אבגעבען מיט דיינע נארישקייטען.
י. פ)
מעכעלע שוחט