אז דער ריזשינער און ר’ אהרן קארלינער זענען געווען צו זאמען האבען זיי זיך איינער דעם אנדערען געוואונשען אס זיי זאלען זיין ערליכע יידען און קענען פועל ישועות זיין פאר דעם כלל ישראל.
א צייט שפעטער איז א ריזשינער חסיד דארכגעפארען קארלין אין מיטן וואך – האט ער געשריבען א קוויטעל און זיך געפראוועט ביי ר’ אהרן.
האט ר’ אהרן געפרעגט – שבת וועט {איך} [איר] אויך האלטעןדא. האט אים דער חסיד געענטפערט – ניין איך פאר צו מיין רבי’ן אויף שבת.
נאך דעם געזעגענען האט אים ר’ אהרן אנגעזאגט דאס ער זאל דעם ריזשענער לאזען גריסען און אים זאגען דאס ער איס מו ר’ אהרן איז א גרעסערער רבי ווי דער ריזשינער. זיין ברכה דאס דער ריזשינער זאל זיין אן ערליכער ייד און א פועל ישועות איז מקוים געווארען און דעם ריזשינער’ס ברכה דערווייל נאך נישט.
מען זאגט די מעשה אויך נאך פון דעם סאדיגארער און ר’ אהרן טשערנאבילער. (באיאנער רבי)
י.פ)
הירש לעדערמאן
באיאנער חסיד