ר’ יעקב’נו קארשעווער – איינער פון די דריי זין פון ר’ אברהם יהושע {הישעל} [העשל] סקווערער – איז געווען דער איידעם [פון] ר’ מאטעל קארשאווער און האט געוווינט אין קארשאוו.
זיין רביצין איז געווען א גרויסע מרשעת און האט אים געטון אין טויט אריין.
דאס איז געווען איינע פון די סיבות וואס ער איז שטענדיג ארומגעפארען – נעביך געווען א גרויסער נע ונד.
אין וואסיליווקע האט מען אים גערופען דעם פורים רבי ווייל ער איז שטענדיע געווען דארט אים פורים.
זיין עניוות און פרומקייט זענען געווען א שם דבר.מען האט דערציילט דאס אפילו בשעת ער איז געגאנגען אין מקוה איידער ער האט זיך טובל געווען האט ער געהאט אנגעטון די יארמולקע און נאר ביים טובל זיין האט ער זי אויסגעטון
י.פ)
אברהם מאנוטא
סקווערער חסיד