איינמאל איז ר’ משה לייב געקומן סאסאווער געקומן קיין טארנאגראד. איז די מוטער פון דעם דברי חיים – ר’ חיים סאנצער –
אריינגעקומען צו ר’ משה לייב אין שטוב מיט איר קינד אויף די הענד. אז זי איז אריינגעקומן איז ר’ משה לייב אויפגעשטאנען. האט זי זיך שטארק דערשראקן.
שרעקט אייך נישט האט ר’ משה לייב זיך אנגערופן צו איר. איך שטעל זיך נישט אויף פאר אייך – נאר פאר דעם צוקונפטיגן {מורא} [מאור? מורה?] הגולה וואס איר טראגט אויף די הענד.
ווען ר’ חיים סאנצער איז געווען 13 יאר האט דער ים התלמוד (ר’ יהושע העשיל ארנשטיין) אים געגעבען סמיכה יורה יורה ידין ידין.
צו פופצען יאר האט אים דער ישועות יעקב (ר’ יעקב משולם ארנשטיין) מצרף געווען צו א בית דין פון התרת עגונה.
י.פ) סאנצער רבי