בשעת ר’ דוד משה דער אלטער טשארטקאווער איז געווארען שבעים 

איז ר’ יידעל מלמד פון צפת (דער פאטער פון ר’ אייזיק בראנשטיין) 

געווען אין טשארטקאוו.

האט ער דערציילט פאר דעם טשארטקאווער אז דער ריזשינער 

האט אמאל געזאגט אז זיינס א קינד וועט דערלייבען צו 

זיין 70 יאר אלט וועט זיין גאולת משיח.

אז דער טשארטקאווער האט דאס דערהערט האט ער אים 

הערומגענומען: דער השם יתברך זאל זיך מתרחם זיין!

 

י.פ.) אייזיק בראנשטיין

(ישראל)