בשעת דער בעשט האט געהאלטען פאר דער פטירה איז געקומען צו אים דער ס”מ אין האט אים געפרעגט: ווילסט דו אז משיח זאל קומען? האט דער בעשט אים געבעטען ער זאל אים געבען צווי שעה צייט איבערטראכטען. 

נאך צוויי שעה צייט איז דער ס”מ נאכאמאל געקומען אין דער בעשט האט אים געזאגט תשובה: 

איך וויל אז משיח זאל קומען אין 60 יאר ארום. אין אויב צוליב א טעם וועט ער נישט קענען קומען וועל איך נאכאמאל מוסען געבוירען ווערען.

אין 60 יאר ארום איז ביים ריזשינער ז”ל געבוירען געווארען א זון. האט דער ריזשינער געזאגט איך וואלט דיר געוואלט געבען א נאמען ישראל נאך דעם הייליקן בעש”ט אבער אזוי ווי איך הייס שוין ישראל וועל איך דיר געבען א נאמען יעקב – יעקב איז אויך ישראל. דאס איז געווען ר’ אברהם יעקב דער אלטער סאדיגארער רבי.

 

י.פ)   

ירמי’ כץ (באיאנער חסיד)