דער אבטער רב האט זיך געפירט ברייט – און האט געוווינט אין א דריי שטאקיגן בנין. דער אבטער רב איז געזעסען אין אונטערשטען גארן – ר’ יצחק מאיר האט געוווינט אין דעם מיטעלסטען שטאק און זיינע קינדער אין דעם אויבערשטען גארען.

אין דעם הויז איז אויך געווען דעם אבטער רב’ס שולעכעל – א קליינס – מען האט עס שפעטער גערופען ר’ יוסף משה’ס שול.

 

דער זיי דער מעזשביזשער רבי ר’ ישראל שלום יוסף העשל האט געוווינט אין דעם הויז שפעטער.ר’ זוסשע – ר’ ישראל שלום יוסף’ס ברודער – א שטומער – האט געוווינט אין דעם שטוב פון’ם אבטער – עס איז נאך געווען זיין בעט, זיין טיש און זיין שטעקן.עס איז געווען א מנהג אז א קינד איז געווארען קראנק האט מען אים געלעגט אין דעם אבטער’ס בעט.

 

דער טיש האט געהאט א ברעט אונטען אויף אנצושפארען דעם פוס.

דאס אנשפאר ברעט איז געווען אין גאנצען אויסגעריבען ווייל מען האט געזאגט דאס דער אבטער איז געווען א שווערער – און האט זיך אזוי שווער אנגעשפארט דארויף

 

י.פ)                                                                                                    פנחס לאנדוי