די שטוב ווי דער בעשט האט געלעבט איז געווען א קליינע אן ארמע.
ר’ ברוך האט שוין געהאט א גרויסע שענע דירה.
האט אים הערשעלע אסטראפאלער אמאל א פרעג געטון – ס’טייטש אייער גאנצער יחוס שטאמט פון דעם בעשט און ער האט געווינט אזוי ארם און איר ווואינט אזוי רייך.
זאגט אים ר’ ברוך: נא דו האסט דאך אוודאי א תרוץ אויף דיין {קשה} [קשיא] – זאג דיר[?] אב פונ’ם הארצען.
ענטפערט הערשעלע אסטראפאלער אזוי: אויף א יריד זענען דא בעטלער וואס שפילען אויף א פויק און בעטען נדבות. נא וואס גיט מען זיי – א פאר קאפיקעס. אין שטאדט אינ’ם טעאטער ווען אן אקטיאר מאכט נאך די בעטלער בעקומט ער אין די הונדערטער רובעל פאר זיין נאכמאכען.
י.פ)
אלעזר זאהן (א מעזשבישזערייד)