ר’ נחום בער האט אמאל געזאגט דאס עס זענען דא פיר מדרגות יידען 1) יא און יא, 2) יא און ניין 3) ניין און ניין און 4) ניין און יא.
- יא און יא איז א מענש וואס האט פיינע מידות, אן איש {השלום} [השלם] אבער וואס ווייס דאס ער איז אן אויסגעארבעטער ייד און לאסט דאס דער וועלט וויסען
- יא און ניין – א ייד מיט די זעלבע פיינע מידות אבער וואס איז אן {ענוב}[עניו] און ביי זיך גאר נישט
- ניין און ניין – א מענש אלעדיגער א גאר נישט שבגארנישט אבער וואס ווייס חאטש דאס ער איז א גאר נישט און בלאזט נישט פון זיך
- ניין און יא – א מענש א גאר נישט אבער פון דעסטוועגען מאכט ער פון זיך א גאנצען צימעס.
האט ער חסידים געפרעגט וואס איז ביי אייך די ערגסטעמידה. האבען אלע בפה אחד געענטפערט דאס די ערגסטע מידה איז אז איינער מאכט זיך גרויס אבער ער איז א מענש מיט קליינע מידות.
האט זיי ר’ נחום בער געענטפערט. ניין איך האלט נישט אזוי. ביי מיר איז דער יא און יא דער ערגסטע. איינער וואס האט יא שענע מידות, איז אמדרגה מענש – טור זיך נישט בלאזען. ער באדארף וויסען דאס מען טור זיך נישט גרויס האלטען.
י.פ)
דוד פישמאן