אז דער טשארטקאווער איז געווען אין לעמבערג – האט מעןאים געבעטען ער זאל דאווענען אין דעם טור הזהב’ס שול. האט ער נישט געוואלט גיין. און האט דערציילט די פאלגענדע מעשה.

דער בערדיטשעווער רב איז אויך געווען אמאל אין לעמבערג און מען האט אים פארבעטען אין טור הזהב’ס שול. איז ער געגאנגען און האט {געדאווענעט} [געדאווענט] ספרד. אז דער טור הזהב האט דאס דערהערט האט ער זיך שטארק געחידושט און האט געפרעגט: היתכן – 50 יאר האב איך געדאווענט מיין נוסח אשכנז וואס פאר א רעכט האט דער בערדיטשעווער געהאט משנה זיין דעם נוסח.

און אויסגעפירט האט דער טשארטקאווער: דעם טור הזהב’ס נוסח טור מען נישט משנה זיין – אונדזער נוסח קען מען נישט משנה זיין – דאפאר וויל איך נישט גיין דאווענען אין דער שול.

 

י.פ)                                                                                                           פוילישער ייד