פאר שבועות איז געווען א שלעכט יאר – עס איז נישט געווען קיין פרנסה – מען האט אבגעגעבען אסך סאָלדאַטעןרדיפות אויף יידען. 

האט ר’ נחום טשערנאבעלער זיך אנגערופען: א קונסט דאס ביי נתינת התורה איז געווען אזא התגלות און די יידן האבען געשריען נעשה ונשמע. ביים ים סוף איז געווען אזאלכע נסים – ראתה שפחה בים… און דערנאך ביים הר סיני {קפה}[כפה] עליהם ההר. 

ביי אזאלכע נסים איז געווען א קונסט דאס עס איז געווען אזא התגלות, און קבלת התורה באהבה. 

 

רבונו של עולם! האט ער אויסגערופען: ווייז היינט אזא התגלות און אזאלכער נסים וועסט דו זען ווי דיינע יידען וועלען די תורה מקבל זיין באהבה.

 

י.פ)                                                                                                     באיאנער רבי