ר’ נחום טשערנאבעלער האט געהאט א זון ר’ משה וואס איז נאך בחייו של ר’ נחום נפטר געווארען.ביי דער לויה איז ר’ נחום געגאנגען און מיט זיין שטעקן אהין און צוריק געמאכט.

האט אים זיין זון ר’ מאטעלע געפרעגט וואס ער מאכט אזוי מיט זיין שטעקען. האט ר’ נחום אים געענטפערט: אין דעם זעלבען טאג איז ר’ אשר יהושע אלעזר חאדאראף (געווען דעם גרויסען ר’ ליבער’ס א שוועסטער’ס א זון) נפטר געווארען. ער איז געווען א גרויסער גביר און מכניס אורח און זינד אברהם אבינו’ס צייטען איז נישט געווען אזא גרויסער מכניס אורח.

דאפאר גייט אים אברהם אבינו אנטקעגען מאך אים א ווארע (א וועג) פאר אים.

 

י.פ)                                                                                                           פנחס לאנדוי