ר’ הירש רימינאווער האט זיך געפירט שטיל און באשיידען – ער האט נישט געפאסט קיין תענית נדבה – גע=געסען און געדאוונעט אין צייט. ער האט זיך נישט אנדערש געפירט ווי א פראסטער ערליכער ייד.
מען האט זיין פירערכס אבגעטראגען צום ראפשיטצער רב און ער האט געלאסט שיקען דעם רימיניווער צו זיך.
אז ער איז אנגעקומען און אויפגעמאכט די טיר איז ר’ הירש געשטאנען און דער טיר עטליכע מיניט. ר’ הירש האט געקוקט אויף דעם ראפשיצער און דער ראפשיצער האט אויף פון אים נישט קיין אויג הערונטערגענומען.
דערנאך איז דער ראפשיטצער צו אים א לויף געטוןאים זיך געבעטען צו זיצען און אים שטארק מכבד געווען. ער האט געזאגט: איך האב גאר נישט געווואסט וואס פאר א קומה שלמה ר’ הירש איז. עס איז באמת א שאד אזא כלי כליא צו מאכען.
י.פ) ר’ משה כהן