ביים טשערנאבילער אין הויף איז געווען די מאדע דאס א פּאר פאלק האט געהאט צווי בעט ציממערן.
בשעת ר’ שלום פראהבישטער האט זיך משדך געווען מיט דעם טשערנאבאלער אין איז געווארען זיין איידעם האט ער אנגער איינגעפירט אן אינאוואציע דאס ער אין זיין רביצין זענען געשלאפען אין איין חדר.
דאס האט שטארק פארדראסען דער טשערנאבילער. עס איז אים געגאנגען אין לעבען דאס ער זאל געבען א קוק ווי אזוי דאס פארפאלק פיהרט זיך. אים ערשטען טאג סליחות ביי טאג האט ער זיך אריינגעכאפט אין ציממער אין ווי אזוי ער האט נאר אויפגעמאכט די טיר האט ער חלש אוועק געטון.
[בגליון:] וואס ער האט געזען איז פערבונדען מיט אן אנדערע מעשה וועגען ר’ שלום וואס איך האב דאווייל נישט געקענט אויפנעמען.
בשעת מען האט אים דערמונטערט האט ער א שרייגעטון: אוי, אוי! אויב אזוי מוס איך מיך שוין אובערטראגען ערגעץ אנדערס.
איז ער פון ___?___ אוועק קיין טשערנאביל און האט דארט אויפגעבויט זיין הויף.
י.פ) ירמי’ כץ