ר’ נחום איז געווען מגיד אדער רב אין פרהאבישט. עראיז שטענדיק געווען אן עני ואביון פראסט געגאנגען [קריעה בליעה} [קרוע ובלוי] .

איינמאל איז ער געפורען קיין טשערנאביל – און ער האט שטארק געפאלען די דארטיגע בעלי בתים.

אז זיי האבען דערזען זיין אונטוען האבען זיי אים געבאטען דאס אויב ער וועט אננעמען די שטעלע אין טשערנאביל וועלען זיי אים אויפנייען א נייע קאפאטע און אן איבער ציער.

אז ער איז צוריקגעקומען קיין פראהאבישט האבען די דארטיקע בעלי בתים מודה געווען דאס זיי קענען נישט איינבייסען אזאלכע הוצאות און אויב עס מאכט זיך אים אזא “גליק” אין טשערנאביל וועלען זיי אים אבלאזען.

ער איז אזוי הערום געווארען רב אין טשערנאביל – און איידער ער איז האט זיך איבערצויגען נאך טשערנאביל 

האט ער געבעטען דאס זיין פלאץ זאל מען איבערגעבען זיין איידעם ר’ אברהם אשר.