ר’ מאיר פרעמישלאנער איז איינמאל געקומען ראש השנה שפעט צום דאווענען. אז מען האט אים געפרעגט פאר וואס ער איז אזוי שפעט געקומען צום דאווענען האט ער געענטפערט.
מאיר’ל איז געווען אים הימעל – האט ער געהערט אז מען איז גוזר א קץ אויף יידן – און אז א מגפה וועט טרעפען יידן. האט מאיר’ל אנגעהויבען צו שרייען – געוואלד ווי אזוי לאסט מען דאס צו. האט מען די מגפה אבלעגט אויף בהמות. האט מאיר’ל געטענעט – דאס טור אויך נישט געשען. יידן האבען פרנסה פון בהמות – ווי אזוי קען מען אבהרגענען יידישע פרנסות. און דאס זעלבע האט ער געטַעַנעט אז מען האט געוואלט גוזר זיין א מגפה אויף עופות.
האט ער געפויל’ט דאס מען זאל אויספירען די מגפה אויף קאפּהינער.
און אזוי איז טאקי געווען – אין דעם יאר זענען תאקי אויסגעפרג’ט אסך קאפהינער.
י. פ)
נחום בער האמבורגער
(באיאנער חסיד)