אז ר’ ברוך מעזביזשער איז נאך געווען א קינד איז ער אמאל געווען ביי ר’ פנחס קאריצער. ווען ער איז געגאנגען שלאפען האט ר’ פנחס צונויפגערופן זיינע בני בית און האט זיי געזאגט: איר ווילט זען אן אמתן ייד’ן וואס איז דבוק בכל איבריו צום רבונו של עולם? גיט’ס א קוק! האט ר’ פנחס געלעגט זיין האנד אויף דער מזוזה פונ’ם שטוב און האט זי צוגעדעקט. אזוי ווי ער האט ארויפגעלעגט די האנד אויף דער מזוזה האט מען געזען ווי ר’ ברוך הייבט אן צו ווארפן ביים שלאף – אן אומרוהיגער.
אזוי האט ר’ פנחס איבערגעחזר’ט עטלעכע מאל און שטענדיק האט ר’ ברוך זיך געווארפן.
י.פ) סאנצער רבי