1.

דער דברי חיים האט אמול געפרעגט: וואס א חשיבות האבין זיינע ספרים אויף דער וועלט. זענען זיי אזוי חשוב ווי דער אוהב ישראל. ווען מען האט אים געענפערט אז יא איס ער געווען צופרידען.

 

2.

יעדען שבת האט ער העריינגעקוקט אין אוהב ישראל.

 

3.

ר’ חיים (דברי חיים) סאנצער'[ס] זיידע ר’ ישעיה ליסקער (בעל מחבר פון וחרב פיפיות) איס געווען אן איידעם פון דעם גרויסען ר’ חיים סאנצער מבראד. זאגט די וועלט אז ר’ חיים האט נאכאמול געמוסט קומען אויף דער וועלט צו ווערען א חסיד.

 

4.

נאך די מעשה מיט די פערד איס ר’ מאיר מאוסטרהא (דער בעל מחבר פון מאיר נתיבים) וואס איס געווען א תלמיד פונ’ם בעש”ט חאטש ער איז געווען עלטער פון אים, [בגליון:] (אין אמול איס געווען א מתנגיד)געקומען נאך בראד צו ר’ חיים וועלכער איז געווען זיינ’ס א חבר. 

איינמול האט ר’ מאיר געזוגט א פשט אין עץ חיים על פי פשט דרך הבעש”ט. האט ר’ חיים נישט פערשטאנען. האט ר’ מאיר געזאגט: דבר זה קבלתי מרבי הבעש”ט. האט ר’ חיים געענטפעט: פון א רבין וואס פאטשט פערד וויל ער נישט האבען צו טוען.

 

5.

[חסר]